אין עולם המסחר זעט מען אסאך מאל ווי מ’ארבעט אויף א געוויסע פלאן וואס קען ברענגען געלט, און מ’איז שוקל וויפיל געלט משקיע צו זיין, ווי אויך וויפיל געלט מ’קען לייזן דערפון, און די וועג זיך צו איבערצייגן איז: אויב דער געשעפט האט געברענגט די געוואונטשענע רעזולטאטן [געלט], אדער נישט.
אנדערש איז אבער אין עולם העסקנות, אז מ’קען בכלל נישט פאראויס שאצן וויפיל צייט און מוח מ’וועט דארפן אריינלייגן, און וויאזוי די ענדגילטיגע רעזולטאטן וועלן זיך אויסשפילן.
במילא איז וויכטיג צו וויסן אז ווען אן עסקן פרובירט צו בעטן הילף (אדער געלט), קען מען נישט ערווארטן צו באקומען א קלארע ענטפער וואס מ’וועט אויפטון, ווייל דער עסקן אליין קען דאס אויך נישט אלעמאל פאראויס-שאצן.
נאך מער: עס קען אפילו אויסזען ווי דער עסקן אליין איז נישט 100% זיכער מיט וואס ער טוט, אבער למעשה טוט ער וואס ער שפירט פאר וויכטיג, ווייל דער שליסל צו עסקנות איז: וויפיל מ’טוט נאר לשם שמים, איז דאך אויך אויך הכל ריוח.
Δ