מ’קען ארויסנעמען א טרעפליכע מוסר השכל פון די ‘שניי-סעזאן’, מצד אחד קען א גרויסע שניי מאכן שווערער דאס קומען און גיין, און אמאל קען מען אפילו פארלירן א טאג-צוויי פון די ארבעט אדער פון כולל / חדר / ישיבה, מיט-דעם-אלעם וועט מען אבער בלייבן אין א גוטע גיסטע ווען מ’באטראכט די שניי, צוליב דעם קאליר און רואיגקייט וואס דאס ברענגט אויפן האריזאנט.
אט דאס דארף מען אויך געדענקען אין עולם העסקנות, אז טראץ דעם וואס מ’איז אסאך מאל עוסק אין שווערע אקטיוויטעטן וואס איז נישט אזוי בא’טעם’ט, דארף מען אבער קוקן אויף די ‘שניי-ווייסע’ חלקים דערפון, אז דער סך הכל פון עסקנות וועט סוכ”ס ברענגען געוואונטשענע רעזולטאטן, אפילו מ’זעט עס נאכנישט איצט בשעת’ן זיין פארנומען דערמיט, ושלח לחמך על פני ה’מים’.