עס ווערט געברענגט אין די ספרים הק’ (פון אריה”ק, קב הישר, ושא”ס) אז ‘אראפשרייבן’ וואס מ’לערנט איז מסוגל צו געדענקען, נו ווער לערנט נאך אזויפיל ווי א פארנומענער עסקן? וואס ‘לערנט’ דאס מענטשהייט 24/7 ביי זיינע באשעפטיגונגען…
זיך “פארשרייבן” אפילו קורצע פונקטן פון יעדע ‘טעסק’ איז פון די בעסטע אופנים צו האלטן קאפ, און צו קענען איבערגיין די פריאריטעטן / פלענער, ווי אויך בלייבט עס שטערקער איינגעקריצט אין מוח, ווי מ’קען גרינגערהייט מאנעוורירן פון איין טעסק צום צווייטן.
היינטיגע צייטן קען מען זיך באניצן מיט נאך אן עצה: צו האבן ביי די האנט א ‘רעקארדער’ אדער סעלפאון, אז ווי נאר ס’בליצט אויף א גוטע געדאנק, זאל מען דאס תיכף קענען אריינזאגן,
און שפעטער ווען מ’האט די ריכטיגע הרחבת הדעת קען מען זיך גרינטליך מסדר זיין, און אראפשרייבן די פונקטן לויט די וויכטיגקייט פון די זאך. (מ’זעט היינט אסאך דאקטוירים און פראפעסיאנאלן באניצן זיך מיט א רעקארדער).
דער מהלך וועט גרינגער מאכן אפילו ווען מ’איז העפטיג פארנומען מיט אנדערע זאכן, ווייל מ’זעט שווארץ-אויף-ווייס אלעס וואס איז “עומד על הפרק”.
די וואס נוצן ווירטואלע אופנים (קאלענדער/סאפטוועיר) קענען זיך אויך בעסער מסדר זיין, נאכדעם וואס די פונקטן זענען שוין ‘פארשריבן’ געווארן, אין א בחינה פון ‘אותיות מחכימות’ וואס איז מער אפעקטיוו אויף פאפיר ווי אויף א סקרין.