להזהיר גדולים על הקטנים

ac946bb96a2125dbae4580a2803d3483

להזהיר גדולים על הקטנים

אין די איצטיגע יו”ט’דיגע תקופה איז פארהאן אסאך מער ארבעט ביי אלע עסקנים, און פארשטייט זיך אז מ’דארף זיך פארגרינגערן דורך ניצן הילף פון אנדערע מענטשן – אפילו פון אזעלכע וואס זענען נישט אויסגעקאכט אין עולם העסקנות.

פארשטייט זיך אז אן ערפארענער עסקן קען אלעמאל טון די ארבעט בעסער ווי איינער וואס איז א ‘גרינער אין עסקנות’, און ס’קען אפילו

זיין שווער פאר אן עסקן מיטצוארבעטן מיט איינעם וואס איז נישט ‘ארגינעל’ אן עסקן, און האט נישט ארויס דעם עולם העסקנות.

מיט דעם אלעם איז איצט א צייט ווען מ’דארף יא ניצן נאך א האנט צו פארגרינגערן אזויפיל ארבעט, ווייל אז מ’וויל טון אלעס ‘אליין’ קען מען דערלייגן מער ווי אויפטון, ‘ותפסת מיעוט תפסת’ קען אויך מיינען אז ‘באיכות’ מעג אויך זיין ווייניגער, אבער ס’איז נאך אלס גוט.

לאמיר זיין בקשר