עס זענען פארהאן אסאך געלונגענע עסקנים וואס זענען נישט אזוי באשעפטיגט מיט עסקנות אינעם טאג-טעגליכן סדר היום, אבער מאידך גיסא ווען מ’דארף זיי האבן, שטעלן זיי זיך צי מיטן פולסטן אייפער און קומען שטארק צוניץ פאר כלל ישראל, (א שטייגער ווי אין א זומער קעמפ, נסיעות, ימים טובים, יומא דפגרא אדער יארצייט).
אויך ביי אזעלכע “תקופה’דיגע” עסקנים זענען זייערע אקטיוויטעטן אן עולם מלא, און מ’טאר קיינמאל נישט שפירן שלעכט אין די תקופות ווען זיי קענען זיך נישט ערלויבן אוועקצוגעבן צייט, ווייל אפילו אין אלגעמיינעם לעבן אדער ביזנעס, איז אויך נישט יעדע תקופה די זעלבע, און מ’טוט שטענדיג אויף וואס מ’קען אין יענע תקופה.
Δ