צומאל זעט אן עסקן אז פונקט ווען ער איז ‘אין די גיסטע’ געלונגט אים צו באקומען הילף פיל גרינגער און בעסער ווי געווענטליך.
מ’קען דאס אויך זען באשיינפערליך אין צייט פון א שמחה וכדומה, אז די ‘גיסטע’ איז געווען דער שליסל וואס האט זיך אפגערופן אזוי פאזיטיוו, וכמים הפנים אל פנים…
לעומת זה איז גוט דאס צו געדענקען אויך אין אלגעמיינעם לעבן, אז ווען מ’דערזעט זיך אין א ספעציעלע גוטע גוסטע, זאל מען דאמאלס אויסניצן די געלעגנהייט אויפצוטון עפעס, (ספעציעל דאס וואס מ’האלט אין איין אפשטופן), אזוי איז מען מער פארזיכערט אז די עסקנות וועט ברענגען בעסערע רעזולטאטן.