ס’איז דא א ווערטל ביים ‘ציבור’ “ווער ס’האט די מאה האט די דעה”, אויב ס’איז אמת אדער נישט קען מען פרעגן דעם ‘ציבור’ זעלבסט, אבער וואס איז שלעכט מיט די מאה אליין? און אז מ’האט שוין יא די מאה, ווער דארף נאך די דעה? מ’וויל דאך נאר זאגן דיעות פארן ‘ציבור’ כדי צוצוקומען צו די מאה…
עכ”פ ביי אונז אין “דער איד טעגליך” און אינעם ביורא פון “ציבור פרא קאנסאלטינג” פאר נאן פראפיט ארג. דערזעט מען זיך איצטערט בחסדי ה’ צווישן די “מאה” און די “דעה”… וואס מיט די ריכטיגע ‘דעה’ קען מען געוויס צוקומען צו די ריכטיגע ‘מאה’, אויף א ‘הונדערט’ פראצענטיגן אויספרובירטן מהלך!
ווילן מיר קודם אפגעבן א שבח והודאה צום בוכ”ע אז מיר האלטן שוין אצינד ביים הונדערט’סטן טיפ פאר עסקנים און כלל טוער’ס, ווי מיר הערן כסדר צוריק גאר פאזיטיווע גריסן, מיט א פארלאנג צו ארויפגיין צו נעקסט-לעוול מיט פראקטישע געדאנקען און ידיעות.
דעריבער איז אונז א פרייד צו מעלדן אז אנגעהויבן פון ‘טיפ נומער 101’ וועלן מיר ארויפגיין א שטאפל העכער, און צושטעלן “פינאנציעלע געדאנקען און סטאטיסטיקס” פאר אונזערע לייענער’ס, וואס א באדייטענדע צאל דערפון דינען אלס חברי הנהלות און באורד מעמבער’ס, און שטייען אין שפיץ צוצוהעלפן דעם ציבו”ר אינעם “עולם החסד” לשם ולתפארת ולתהלה.