אין די איצטיגע ימים טובים סעזאן ווען די ארבעט-טעג ווערט ווייניגער, איז ראטזאם צו קאמבאנירן די אקטיוויטעטן אויף איינמאל, דהיינו: אוועקלייגן דאס רעדן אויפן טעלעפאון בשעת מ’פארט אין קאר (אויב מ’איז נישט ביי יענעם פאר א היטש…), אויסהערן די מעסעדזשעס בשעת מ’איז טועם, און ביים ארלעדיגן זאכן אינדרויסן פון אפיס זאל מען אריינכאפן וואס מער איינס נאכן אנדערן, כדי מ’זאל נישט דארפן נאכאמאל איבערהאקן מיט עפעס אנדערש, ווייל נאך אלעם פארלירט מען צייט ווען מ’דארף טוישן פון איין טעסק צום צווייטן.
און באמת קען דער מהלך אויך צוניץ קומען במשך דעם גאנצן יאר, אבער אצינד ווען מ’שטייט בעפאר די וויכטיגסטע תקופה פון יאר – ווי יעדע שעה ציילט – און מיט ווייניגער טעג צו ארבעטן, ס’איז פארהאן פיל מער ארבעט אינדערהיים, מ’איז אויך מער צייט אין בית המדרש, סליחות, תשליך, כפרות, אתרוגים, סוכה, לוינט זיך צוגעוואוינען צו דעם מהלך “צו קאמבאנירן ווי מער טעסק’ס אויפאיינמאל” און אזוי פארמיידן וויכטיגע זאכן פון גענצליך אוועקפאלן, בלויז צוליב מאנגל אין צייט.
Δ