מיצר בצרתן של ישראל

FULL SACK

מיצר בצרתן של ישראל

אמאל קומט אן א געוויסע סיטואציע צו אן עסקן ווי מ’פארלאנגט זיין הילף, אבער למעשה דער עסקן איז נישט גענוג באקאנט אין די נושא, אדער איז אים אוממעגליך זיך יעצט אונטערצונעמען א פרישע פעקל אויף זיינע פלייצעס, און ס’איז נישט אלעמאל איינגענעם אפצוזאגן פאר א נצרך, ספעציעל אויב יענער קומט אליין בעטן פאר הילף.

איז קודם ריכטיג ‘זיך משתתף צו זיין אין יענעמס צער’ וואס די חיזוק דערפון וועט העלפן אז יענער זאל נישט ווערן צעבראכן, און דערנאך קען מען אנווייזן אויף אנדערע עסקנים / ארגאניזאציעס וואס קענען מעגליך יא זיין בייהילפיג.

דאס איז אויך די ריכטיגע זאך צו טון, אין יעדן פאל וואס מ’בעט עפעס פון אן עסקן און ער קען זיך דאס נישט גלייך אונטערנעמען.

 

לאמיר זיין בקשר