בכל מדינה ומדינה ועיר ועיר

ובכל מדינה ומדינה ועיר ועיר

בכל מדינה ומדינה ועיר ועיר

במשך די יום טוב’דיגע תקופה, קומט אויס זיך צו טרעפן מיט מענטשן וואס מ’טרעפט נישט אזוי אפט דורכן יאר, און ס’איז ראטזאם אויסצוניצן די געלעגנהייט אין עולם העסקנות אויך:

דהיינו, אויב אן עסקן טרעפט זיך מיט אן אנדערן עסקן – אפילו זיי ארבעטן קיינמאל נישט צוזאמען, אדער וואוינען בארבע כנפות הארץ – קען מען אבער ‘נאשן’ איינעם ביים אנדערן וואס און וויאזוי אויפצוטון און פארגרינגערן בעולם עסקנות.

מ’קען זיך אויסשמועסן מיט פארשידנארטיגע עסקנים, און אויפפאסן געוויסע אקטיוויטעטן און מהלכים אנדערש ווי מ’איז צוגעוואוינט, און דאס באטראכטן פון גאר אן אנדערן קוק ווינקל, וואס קען פיל גרינגער מאכן פאר ביידע, און נאך מער – וויבאלד חברא חברא אית ליה – קען דאס נאכדעם צוהעלפן פארן נאך פיל עסקנים און ארויפברענגען די אקטיוויטעטן לטובת כלל ישראל איבער די גארער וועלט.

לאמיר זיין בקשר