אפילו טייל מענטשן ניצן דעם שפריך-ווארט זיך אפצושאקלען פון זאכן וואס זיי ווילן נישט טון לכתחילה, איז אבער פארהאן אסאך מאל וואס מ’דארף עס יא בעטן, און מעגליך ארויסשיקן אזא מעסידזש צו אייערע מיטארבעטער’ס פון א גאנץ יאר:
אז געוויסע אקטיוויטעטן וועלן מוזן ווארטן ביז נאך יום טוב, (ענליך צו א מעסידזש וואס טייל ביזנעסלייט שיקן ארויס בשעת זיי פארן קיין אויסלאנד (with limited access).
צב”ש אויב די בוכהאלטעריי פון אייער עסקנות ווערט געמאכט חודש’ליך, אדער אויב אייערע טשעקס ווערן באצאלט / ארויסגעשיקט א געוויסע טאג אין חודש, נעמט אפיר אייער לוח און רעכנט אויס וועלכע ‘אנדערע טעג’ דאס צו טון, כדי נישט צו ווערן געבאדערט במשך די איבריגע קארגע ארבעטס-טעג.
דאס וועט אייך העלפן בלייבן פאוקעסד (focused) אויף אייערע אנדערע אקטיוויטעטן, און דאס איבריגע וואס ‘מוז נישט’ איצט ווערן געטון, וועט טאקע קענען ווארטן ביז נאך יום טוב.
Δ