שבע יפול צדיק וקם!

optiTip 9

שבע יפול צדיק וקם!

אסאך מאל לייגט מען אריין כוח און מוח אין א געוויסע פלאן, און מ’קוקט שטארק ארויס דאס דורכצופירן עד הסוף, דער פראבלעם ווערט אבער אז אויב דער ספעציפישער פלאן ארבעט זיך ‘נישט’ אויס, קען זיך דאס שפירן ווי א וויסטער דורכפאל.

דעריבער איז וויכטיג – אפילו פאר ערפארענע עסקנים – צו מאכן א צווייטע פלאן (פלאן-B), אין פאל די ערשט-געפלאנטע ציל ענדיגט זיך נישט ווי געוואונטשן.

די בענעפיט פון א צווייטער פלאן וועט צוהעלפן, אז מ’זאל נישט ווערן אנידערגעשלאגן אויב זאכן גייען נישט ווי געוואונטשן, און גענצליך אויפהערן צו טון פאר כלל ישראל.

לאמיר זיין בקשר