בעסער אן אומגעלונגענע ווי אן אומגעמאכטע…

1

בעסער אן אומגעלונגענע ווי אן אומגעמאכטע…

‘עסקנות’ האט אסאך מיני אפטייטשונגען, פארשטייט זיך אז ס’איז לא ראוי זה כראוי זה, מ’זעט אמאל אן עסקן פירט דורך א פראיעקט וואס ווערט געקרוינט מיט הצלחה, און אמאל – אפילו דער זעלבער עסקן, קען פרובירן עפעס וואס ענדיגט זיך מיט א דורכפאל, וויאזוי קען מען אפשאצן אויב דער עסקן טויג אדער נישט?!

איז אזוי: געווענטליך א סוקסעס’פולער עסקן האט שוין גראדואירט דעם ‘שבע יפול צדיק וקם’, און ווייסט גאנץ גוט אז ‘עסקנות’ איז נישט מער ווי ‘שתדלנות’, במילא איז זיין צוגאנג בעיקר צו טון די מאקסימום השתדלות (אין די נושא וואס ער וויל עררייכן), טראץ דעם וואס נישט אלעמאל עררייכט מען די געוואונטשענע רעזולטאטן,

אבער וויבאלד מ’טוט די פעולות ‘בלויז’ לשם השתדלות, ווערט מען נישט אנידער-געשלאגן אויב עס געלונגט נישט 100%.

און ווען סוף כל סוף איז מען יא אנגעקומען צו די ריכטיגע רעזולטאטן, געבט דאס חשק אנצוגיין ווייטער בעזה”י, און אפילו אויב מ’האט געפירט פון הימל אנדערש ווי ערווארטעט, איז מען צופרידן אז מ’האט כאטש פרובירט.

ווי זאגט די וועלט? בעסער אן אומגעלונגענע ווי אן אומגעמאכטע… 

לאמיר זיין בקשר