ואתה תצוה אל כל חכמי לב

engineering-wallpaper-preview

ואתה תצוה אל כל חכמי לב

אסאך מאל ווען מ’ארבעט צווישן עסקנים אויף א געוויסע פראיעק, וויל מען אריינברענגען נאך עסקנים אינעם בילד צו קענען אויפטון מער און שטערקער, אבער רוב מאל וועט מען זוכן נאך ‘עסקנים’ צו קענען אנקומען צו וואס מ’וויל אויפטוען, און נישט טראכטן אז פשוט’ע באזעסענע מענטשן קענען אויך צוניץ קומען.

ס’איז אבער גוט צו וויסן אז אסאך מאל קען מען שטארק מצליח זיין אויך מיט ערפארענע מענטשן ‘לאו דווקא עסקנים’, וואס קענען זייער שטארק

צוניץ קומען צוליב זייער אויסגעהאלטענע מהלך אין עולם המסחר, וואס מ’קען אויך אצינד ניצן פאר דעם ספעציפישן צוועק, אפילו זיי פארשטייען בכלל נישט צו עסקנות.

נאך מער, אמאל קען זיין אז א פראפעסיאנאלער עקספערט לייגט אריין בלויז א פאר מינוט – צוליב וואס ווארימע עסקנים האבן אים אריינגעברענגט אין בילד – קענען זיי צוזאמען אויפטון סאך מער ווי מ’האט זיך פארגעשטעלט.

לאמיר זיין בקשר