סור מרע ועשה טוב

people-helping-hand

סור מרע ועשה טוב

ווען מ’וויל אויפטון אדער בעטן סיי וועלכע פארלאנג, קען מען ניצן צוויי סארט שפראכן, 1) מ’קען אפיציעל בעטן פאר הילף, און דער עסקן וועט פרובירן אויף וועלכע אופן ער קען ארויסהעלפן, אדער 2) קען מען זיך אפרעדן אזוי שטארק, אז דער וואס הערט דאס מוז אנטקעגן קומען מיט עפעס הילף, פשוט ווייל ס’איז אים שווער צו הערן אזא ביטערן מצב.

און באמת ביי ביידע פעללער ווערט דער באטרעפנדער במילא געהאלפן, אבער דער וועג וויאזוי עס קומט צושטאנד איז א גרויסע נפקא מינה, ווייל ווען ס’קומט דורך א פאזיטיווע שמועס אדער בקשה, ווערט דאס עצם ארויסצוהעלפן א צווייטן איד א געשמאקע זאך, און דער עסקן וועט שפירן גליקליך אז ער האט זוכה געווען צו טון גמ”ח פאר א צווייטן, און דאס געבט אים ווייטער מוט און חשק אויף ווייטער.

מצד שני אויב דארף מען העלפן א צווייטן דורך דעם וואס יענער איז ‘מרמז’ ווי שווער ס’גייט אים און רעדט זיך אפ אויפן מצב, דאמאלס

קען דער עסקן שפירן ווי ער איז ‘באצווינגען’ יענעם צו העלפן, און זיין הילף קומט נישט אייביג צוליב א רחמנות געפיל אדער צו מחזק זיין א צווייטן, נאר סתם ‘פטור’ צו ווערן פונעם נצרץ, וועלכע קען מאכן די גאנצע עסקנות אומ-אפעטיטלעך אויף ווייטער, און ס’איז אן אחריות פון דער וואס זוכט הילף – וואס ישראל קדושים נתבעים ונותנים – אז מ’זאל דאס פארלאנגען אויף א נארמאלע אופן, אז עסקנים זאלן נישט ווערן דע-מארלעזירט, אין א בחינה פון שלא תנעול דלת בפני העסקנים.

און ווי באקאנט וועט יעדער איבערגעגעבענער עסקן גערן ארויסהעלפן א צווייטן איד, און מ’מעג אפילו שפירן א חשיבות דערביי, אפילו ס’איז גדול המצווה ועושה… פארשטייט זיך מ’רעדט נישט פון אויסנאמ’ס פעללער, ווען דער נצרך איז אין א מצב וואס ער קען זיך נישט באהערשן וכדומה.

לאמיר זיין בקשר