וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה

optiTip 18

וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה

אין צוגאב צום פאריגע וואכעדיגע ‘טיפ פאר עסקנים’, אז ווען ס’קומט אונטער א דבר מצוה, מעג מען אליין טון דערין און נישט באלעסטיגן קיין פארנומענע עסקנים, איז כדאי צו באמערקן:

נאך אלעם איז יעדער איד אן עסקן… ווי די גמרא זאגט באריכות (כתובות נ.) איזהו עושה צדקה בכל עת? זה המפרנס אשתו בניו ובנותיו כשהן קטנים. וואס לויט דעם האט יעדער איד ‘עסקנות’ אין די אייגענע בלוט, און מ’מעג זיך אונטערנעמען סיי וועלכע עסקנות ווי מ’קען עפעס אויפטון, וכל המקיים נפש אחת כאילו קיים עולם מלא.

און מצד שני – ווען מ’איז אליין עוסק אין א דבר מצוה – וועט מען אנטפלעקן אז די עסקנים וואס זענען כסדר עוסק לטובת הציבור – אפילו זיי פארדינען זייער פרנסה דערביי, קענען אייביג נוצן א פארציע פון ‘חיזוק און שעצונג’, נאך אלעם באשעפטיגן זיי זיך מיטן ציבור יומם ולילה, אז זאך וואס איז נישט אזוי גרינג, (עיין סנהדרין י”ז: הטל עליהם צרכי צבור והם כלים מאליהם), אז ווען מ’האט דעם עול הציבור, קען מען נישט מסיח דעת זיין דערפון…

לאמיר זיין בקשר