שמור לי ואשמור לך

optiTip 19

שמור לי ואשמור לך

צומאל זעט מען א געשמאקער עסקן וואס דרייט א וועלט, און ווען ער בעט פאר הילף שפירט מען: מ’קען מיינען ער דארף באמת מיין הילף? “ער וועט זיך שוין אן עצה געבן אן מיר”. דארף מען געדענקען דעם כלל: אל תסתכל בקנקן, מ’קוקט נישט וויאזוי דער עסקן זעט אויס פונדרויסן, וואס ער פירט איצטערט אדורך, און וואס ער האט שוין אויפגעטון אין די פארגאנגענהייט.

נישט אייביג זענען זאכן פונקט אזוי ווי ס’זעט אויס, צומאל גייט אן עסקן דורך גאר א שווערע תקופה אין זיין עולם העסקנות, אדער זאכן ווי ער איז געווארן אריינגעצווינגען, (און צומאל מיט משפחה מיטגלידער), און אז דער עסקן קומט אייך בעטן – א טובה אדער נדבה, דארף מען אים אנטקעגן קומען מיט וויפיל מ’קען, און ווערן א שותף לדבר מצוה.

לאמיר זיין בקשר