זמן עסקנות לחוד וזמן שמחות לחוד

Plated-Dinner-Reception

זמן עסקנות לחוד וזמן שמחות לחוד

ווי שוין אביסל אויסגעשמועס אין דעם קאלום מיט עטליכע וואכן צוריק, וויאזוי צו באהאנדלען א שמחה ביי א נאענטן תומך המוסד, אצינד וועלן מיר בארירן אן ענליכן נושא מענין לענין.

עס מאכט זיך אסאך מאל אז מ’דערזעט זיך פארברענגען ביי א שמחה פון א ווארימען תומך אדער עסקן המוסד, וואס צומאל קען זיך דאס פארוואנדלען אין א כמו-מיטינג’דיגע שטימונג, ווי מ’שמועסט טאקע אויס דברים של טעם און ס’טוט אסאך אויף פארן צוקונפט.

אין אזא פאל דארף מען זיין פארזיכטיג אז דער ‘בעל שמחה’ אליין זאל

נישט ווערן פארכאפט אינעם שמועס (אויסער אויב ער וויל דאס דווקא יא), ווייל נאך אלעם זענען די אלע עוסקים בצרכי ציבור טאקע ‘באמונה’ און געבן אוועק אסאך טייערע צייט פאר די ארגאניזאציע, אבער אצינד ווען דער עסקן מאכט א שמחה אין א מזל’דיגע שעה, דארף מען קומען פערזענליך ‘באשיינען’ די שמחה, און אין די זעלבע צייט אכט געבן אז די ‘עסקנות’ זאל נישט איבערנעמען די שמחה’דיגע אטמאספערע, און ער קען זיך ווייטער אפגעבן מיט זיינע איבריגע געסט, און אוודאי נישט ביזי מאכן דעם בעל שמחה מיט די אפדעיטס, וואס מ’קען אים פונקט אזוי אינפארמירן צומארגנס.

לאמיר זיין בקשר