פרוטה פרוטה מצטרפת

Many hundred dollar bills on wooden table background texture. bu

פרוטה פרוטה מצטרפת

אצינד אין די ימי חנוכה קען מען זיך נענטער איבערצייגן דער באדייט פון ‘פרוטה פרוטה מצטרפת לחשבון גדול’, ווען מ’זעט די אומצאליגע בא’חן’טע קינדערליך און בחורי חמ”ד ארומלויפן נאך געלט ערב ובוקר וצהרים, וואס טראץ דעם וואס די נתינות זענען קוים אפאר פרוטות, מיט דעם אלעם קומט אריין בסך הכל צענליגער .טויזענטער דאללארן, און גאנצעטע פראגראמען לטובת די תלמודי תורה און ישיבות ווערן דורך דעם פינאנצירט.

מ’דארף דאס אויך נעמען צו א העכערע שטאפל אינעם עולם העסקנות, אסאך מאל טוען עסקנים קליינע אקטיוויטעטן וואס קיינער רעדט ניטאמאל דערפון, און ס’קען אויסזען אזוי מהיכא תיתי’דיג – אן קיין ספעציעלע אויפמערקזאמקייט – אבער ווען מ’קוקט איבער די אלע אקטיוויטעטן אויף צוריק, וועט מען אויפפאסן אז די אלע קלייניקייטן האט צוגעברענגט ‘גאר גרויסע אויפטוען’ פאר כלל ישראל.

לאמיר זיין בקשר