אזוי ווי אין ‘עולם העסקנות’ איז דער שליסל צו די הצלחה “טראסט”, דעריבער איז ספעציעל וויכטיג צו זיין ‘קלאר’ בכלליות, אבער מיר וועלן זיך באציען צו די קלארקייט פון וואויס-מעסעדזשעס און אימעיל ריפליי’ס:
ס’איז נישט קיין סוד אז די מערהייט עסקנים הי”ו זענען איבער-געשטרענגט מיט ארבעט לטובת אחב”י, און ס’ווערט אפאר מאל אוממעגליך צוריקצוקאלן אלע מענטשן וואס לאזן איבער מעסעדזשעס, אדער גענוג שנעל רעספאנדן דורך סיי וועלכע אופן, און מיט רעכט…
טראץ דעם איז אבער ראטזאם – ספעציעל אין אנגעשטרענגטע צייטן – אז די וואס פרובירן צו רופן אן עסקן זאלן וויסן לכה”פ ביז ווילאנג מ’קען ערווארטן אן ענטפער, און ס’איז בעסער צו זיין ווי מער קלאר דערביי, צב”ש: אז מ’וועט רעספאנדן ביז 24/48 שעה וכדומה, וואס איז ענדערש ווי איידער לאזן יענעם סתם ווארטן ביז מ’האט די רואיגע צייט זיך צו פארשטענדיגן, פשוט ווייל געוויסע מענטשן קענען ווערן אומגעדולדיג פון נישט וויסן וויפיל צייט זיי דארפן לאזן, אדער קען מען האלטן אין איין רופן נאכאמאל און נאכאמאל מיט פרישע מעסידזשעס, בלויז צוליב די אומקלארקייט וויפיל צייט עס קען אייך דויערן, ביז זיי קענען ערווארטן אן ענטפער.
Δ