טראץ דעם וואס די וועלט איז באשאנקען מיט אומצאליגע עסקנים בליע”ה, איז וויכטיג פארן המון עם צו געדענקען, אויב עס קומט אונטער א דבר מצוה אין וואס מ’קען אליין עוסק זיין, מעג מען טון דערין און די עסקנים וועלן נישט ברוגז זיין, די וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס האבן גענוג וואס זיי ‘מוזן’ טון פארן ציבור, ומצוה הבא לידך אל תחמיצנה.
ענליך צו דעם איז מיט מאראלישע שטיצע: צומאל ווערט מען נתפעל פון א יחיד וואס האט זיך עפעס אונטערגענומען, און מ’ווערט באגייסטערט ווי גוט און שנעל ער האט עפעס אויפגעטון,
און ס’איז טאקע ריכטיג אזוי, און יעדער מעג אים נאכמאכן – און דאס ווייזט אויך אז ‘יעדער יחיד’ קען דורכפירן געלונגענע אקעטיוויטעטן, ס’מוז נישט אייביג דורכגיין די ‘גרויסע באקאנטע עסקנים’.
הגם צומאל קומט שטארק צוניץ די עקספיריענס פון ערפארענע עסקנים – צו וויסן וויאזוי צו טון בעסער, און אמאל צו וויסן וואס ‘נישט’ צו טון… אבער הצד השווה איז: מצוה בו יותר מבשליחו.
Δ