פרשת ואתה תחזה

photo-5986493

פרשת ואתה תחזה

ס’איז באקאנט וואס רש”י הק’ זאגט אז יתרו האט האט געהייסן ‘יתר’ ווייל ער האט צוגעלייגט די פרשה פון “ואתה תחזה”, און ס’איז באקאנט פון רושמי רשומות אז דאס מיינט: ער האט געברענגט דא פלאן צום טיש”, און נישט נאר געזאגט ‘לא טוב הדבר’ אדער ‘נבול תבול’, און מיר דארפן דאס גוט אפלערנען בעיון.

יעדער וואס האט נאר צוגערירט צו ‘עסקנות’ ווייסט: אז איינמאל מ’וויל אנהויבן אויפצוטון – ווער רעדט נאך ווען מ’טוט טאקע אויף – קענען אמאל אפירקומען געוויסע מענטשן און אנהויבן פרעגן געוויסע שאלות, וואס קען אמאל דע-מאראליזירן דעם עסקן, אדער ברענגט מען אמאל ’א בעסערע עצה’ צו קענען אפווענדן וואס מ’האט שוין ענדליך אנגעהויבן צו טון וכו’, וואס אפילו יענער מיינט באמת גוטס, האט ער אפשר נישט דורכגעטראכט אז זיינע שאלות קען צושטערן די אקטיוויטעטן וואס מ’האט שוין אנגעהויבן, במילא איז יצא שכרו בהפסדו…

אבער דער ריכטיגער מהלך איז טאקע יא צו באגריסן די פעולות וואס סיי וועלכער עסקן נעמט זיך אונטער, און כסדר ארויסהייבן די גוטע חלקים וואס מ’קען אויפטון, אפילו אסאך מאל קען מען טון בעסער.

און דאס איז דער שטארקער לימוד פון יתרו, אז ער נישט געקומען קרעכצן אדער אונטעררייסן, נאר גאר פארקערט: יתרו האט טאקע אויפמערקזאם געמאכט א פראבלעם – ווי א גאסט אויף א ווייל, זעט אויף א מייל – אבער ער האט געברענגט א פונקטליכן פלאן דאס צו פארבעסערן, ער האט גערעדט פון די שווערע חלקים נאר כדי צו קענען צוקומען צום לעזונג, און אוועקגעשטעלט א מהלך וואס קען ‘יא ארבעטן’, און נישט ווי ס’מאכט זיך אמאל אז ‘אומערפארענע’ שאלות שטערן גאר די פעולות וואס ‘ערפארענע’ עסקנים נעמען זיך אונטער, און ס’איז א שאד אז ווען מ’נעמט זיך עפעס אונטער, זאל מען פארלירן דעם מאראל.

לאמיר זיין בקשר