טראץ דעם וואס מיר האבן שוין געברענגט אין טיפ #49 געדאנקען וויאזוי צו איינ’קעש’ן די לאנגע ווינטער נעכט, איז אבער אצינד א גוטע
עצה זיך צו רעארגאניזירן, און פריש נעמען די לייצעס אין די האנט אריין – ענליך צו אן אסיפת הורים PTA אין די בתי חינוך – און איבערגיין אלע פלענער / אקטיוויטעטן וואס מ’האט זיך פארגעשריבן אנהויב ווינטער, און אפילו דאס וואס מ’האט נאכנישט אויסגעפיעט צו טוען למעשה, קען מען נאך פארענדיגן אין די קומענדיגע חדשים.