אויסער דעם וואס דער גרינדער פון סיי וועלכע מוסד האט געעפנט זיין מוסד מיט הארץ און געפיל, און געבט זיך אוועק דאס לעבן פאר די געוואונטשענע הצלחה, דארפן די טעכנישע פונקציעס אין א מוסד אויך ווערן געפירט ענליך צו א ביזנעס, אפילו עס קען אמאל אויסזען מינדערוויכטיג, (עס מיינט נאך נישט אז מ’דארף העכערן די הוצאות צוליב דעם).
מ’קען טאקע אויפפאסן: ווען א מוסד ווערט געפירט מסודר און פראפעשענעל, וועלן די ארבעטערס אינעם מוסד טון א היבש בעסערע ארבעט,
די איינציגסטע יסוד וואס איז באמת אנדערש ביי אן ארגאניזאציע, איז דער חלק פון פארדינען ‘פראפיט’ וואס אין א מוסד בלייבט די פראפיט אין די ‘זעלבע קאסע’ צו קענען פארברייטערן די אקטיוויטעטן, און קיינער מעג נישט נוצן דאס געלט פאר זיך – אפילו א שותף אינעם מוסד אדער א באורד מעמבער. אנדערש ווי אין ביזנעס ווי דער בעה”ב קען נוצן די ‘פראפיט’ פאר זיינע אייגענע אינטערעסן.