חסד קל כל היום

optiTip 20

חסד קל כל היום

א חשוב’ער לייענער האט אונז אויפמערקזאם געמאכט: אז ס’איז נאך נישטא קיין פלאטפארמע פאר סתם יחידים, צו קענען ‘כאפן א מצוה’ ביי סטאבילע חסד ארגאניזאציע’ס, ווי מ’קען אנטיילנעמען אין פראיעקטן אין וואס כלל ישראל נויטיגט זיך, צב”ש: אויב איינער האט אמאל איבריג צייט אדער א טאג וואס מ’ארבעט נישט, און מ’וויל דאמאלס גיין באזוכן מענטשן אין תפיסה / שפיטאל, אדער צולייגן א האנט ביי אן ארגאניזאציע וואס קען ניצן א צייטווייליגן וואלונטיר.

און בעצם די שאלה אליין, ברענגט נאך א שאלה – ווי ס’פאסט פאר א איד צוריק צו פרעגן: אה, מי כעמך ישראל?!

די אויבנדערמאנטע שאלה האט נאך נישט קיין ספעציפישע ענטפער, אבער ס’איז ראטזאם פאר די וואס זענען ביכולת: צו פארשפרייטן א “ליסטע פון וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס” וואס קענען ניצן מער צייטווייליגע וואלונטירן ‘בגוף ובנפש’ סיי איינמאליגע עסקנים און סיי לאנג-טערמיניגע עסקנים פאר די צוקונפט, (א שטייגער ווי דעליווערן שבת פעקליך, ארומגיין צו שפיטעלער און תפיסות, באזוכן עלטערע אידן אינדערהיים, משמח זיין אלמנות און יתומים), און ווען ס’כאפט איינעם א ‘גוטע מינוט’ צו טון עפעס פאר א צווייטן איד, וועט ער האבן די ‘סגולה’ גלייך ביי די האנט…

די מעלה פון אזעלכע ‘צייטווייליגע עסקנות’ איז, אז ס’איז נישט געוואנדן ווי אלט מ’איז, אויב מ’האט יא אדער נישט א קאר, מ’מוז נישט האבן קיין ספעציפישע טאלאנט, מ’דארף נישט ווערן אראפגעבינדן, און איבער אלעם איז דאס פון די דברים שאין להם שיעור, והקרן קיימת להם לעולם הבא.

אגב, די אויבנדערמאנטע הערה האט אונז שטארק געכאפט: טאקע ווייל מיר זענען געווען טייל פון א גרופע, וואס פלעגן ארומגיין ‘פראווענען שבתים’ אין תפיסות, אונטער די פירערשאפט פון הרה”ח ר’ יצחק פארגעס ז”ל פון ק”י, וועלכער פלעגט אפט צוזאמנעמען א מנין ישיבה בחורים, און האט מיט די אייגענע הענט צוגעגרייט די מאכלים און משקאות, און אליין אנגעפירט געהויבענע שבתים, געפראוועט ווארימע תפילות, הערליכע סעודות שב”ק, זמירות שירות ותשבחות פאר לאנגע שעות, און פארברענגט מיט אומצאליגע אידן אין תפיסות, ווי די איינזאמע אידן האבן אויפגעלעבט און צומאל געווארן בעלי תשובה, יהא זכרו ברוך.

לאמיר זיין בקשר