ס’איז היינט אן אפענע וועלט ווי כל דורש ומבקש קען אנקומען צו אומצאליגע אינפארמאציע, און פארשטייט זיך אז אין עולם העסקנות פרובירט מען צו ניצן אסאך בחנם’דיגע אינפארמאציע, ווי איידער צו באצאלן דערפאר, פשוט ווייל מ’איז געדרוקט מיט געלט
למעשה אבער, אומזיסטע אינפארמאציע אדער סערוויסעס מוז נישט זיין דאס בעסטע פארן ארגאניזאציע, ווייל פראפעסיאנאלע מענטשן וואס לייגן אריין טייערע צייט צאמצושטעלן די ריכטיגע און אויסגעהאלטענע אינפארמאציע, וועלן געווענטליך פרובירן צוריק צו מאכן זייער געלט אויף עפעס אן אופן, במילא וועלן זיי ערגעץ רעכענען געלט פאר זייער ארבעט. אבער די וואס האבן סתם צאמגעשלעפט אומזיסטע דאטא מכל הבא ליד, ערהאלטן שוואכערע אינפארמאציע וואס מוז נישט זיין ריכטיג…
מיר האבן אמאל געהערט פון א מומחה, אז די וויכטיגסטע זאך פאר א מענטשן’ס געזונט איז צו טרינקען גענוג “וואסער”, איי פארוואס זעט מען דאס כמעט נישט אדווערטייזט, אדער אין באריכטן פון די גרויסע געזונטהייט אגענטורן? ווייל ס’איז אוממעגליך צוריקצומאכן דאס געלט, וואס עס וואלט געקאסטן דאס צו מארקעטן פארן המון עם…