שבת אחים גם יחד

1200x1200

שבת אחים גם יחד

ווי באקאנט גרופירן זיך אסאך מאל עסקנים און ארבעטן אויף פראיעקטן אפילו ווען זיי טרעפן זיך נישט פערזענליך, אמאל איז דאס ווייל מ’איז פארנומען מבוקר עד ערב און מ’האט נישט קיין צייט דערצו, און אמאל ווייל די אקטיוויטעטן ווערן אויסגעפירט אן דעם, און מ’איז נישט אנגעוויזן זיך צו טרעפן אונטער איין דאך, ספעציעל מיט די היינטיגע פארגעשריטענע קאמיוניקאציע מיטלען ווי מ’קען זיך גרינג אן עצה געבן אזוי אויך.

מיט דעם אלעם איז אבער ראטזאם – ספעציעל ביי גרעסערע פראיעקטן – זיך יא צו טרעפן ‘איינמאל א יובל’, סיי צו האבן א געלעגנהייט איבערצושמועסן די פלענער פון די אקטיוויטעטן, און סיי אנצוהאלטן די מענטשליכע געזעלשאפט, אז ס’זאל נישט ווערן קיין ‘ראבאטישע / ווירטואלע’ שטימונג, וואס קען אויסלעשן די ווארימקייט און געפיל, און מיט די צייט קען אזעלכע אקטיוויטעטן פארלירן דעם טעם און נישט אנקומען צו הצלחה.

לאמיר זיין בקשר