ע”פ רוב זענען ריכטיגע עסקנים שטארק אקטיווע מענטשן, און ציילן זיך נישט צווישן די פארנאכלעסיגטע קלאס מענטשן, זייער מהלך המחשבה טרייבט זיי כסדר עפעס אויפצוטון לטובת הציבור.
נו, אויב אין אלגעמיין גיבן זיי זיך מער-ווייניגער אן עצה, איז אבער פארט דא פארשידענע מצבים / ארבעט ווי מ’קען נוצן נאך איינעם צו די האנט, צו קענען איבערגעבן א חלק פון די ארבעט / עסקנות.
דעריבער איז ראטזאם פאר איבערגעשטרענגע עסקנים צו נעמען א פאסיגע געהילף, (אפילו בלויז עטליכע שעה א וואך), צו וועמען מ’זאל זאל קענען איבערגעבן געוויסע ארבעט / TASKS, און דערמיט זיך פארגרינגערן פון די אייגענע פרעשור / סטרעס, און קענען אנקומען צו די מאקסימום פון זיינע ערווארטונגען.