א חשוב’ער לייענער האט אונז אויפמערקזאם געמאכט: אז ס’איז נאך נישטא קיין פלאטפארמע פאר סתם יחידים, צו קענען ‘כאפן א מצוה’ ביי סטאבילע חסד ארגאניזאציע’ס, ווי מ’קען אנטיילנעמען אין פראיעקטן אין וואס כלל ישראל נויטיגט זיך, צב”ש: אויב איינער האט אמאל איבריג צייט אדער א טאג וואס מ’ארבעט נישט, און מ’וויל דאמאלס גיין באזוכן מענטשן אין תפיסה / שפיטאל, אדער צולייגן א האנט ביי אן ארגאניזאציע וואס קען ניצן א צייטווייליגן וואלונטיר.
און בעצם די שאלה אליין, ברענגט נאך א שאלה – ווי ס’פאסט פאר א איד צוריק צו פרעגן: אה, מי כעמך ישראל?!
די אויבנדערמאנטע שאלה האט נאך נישט קיין ספעציפישע ענטפער, אבער ס’איז ראטזאם פאר די וואס זענען ביכולת: צו פארשפרייטן א “ליסטע פון וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס” וואס קענען ניצן מער צייטווייליגע וואלונטירן ‘בגוף ובנפש’ סיי איינמאליגע עסקנים און סיי לאנג-טערמיניגע עסקנים פאר די צוקונפט, (א שטייגער ווי דעליווערן שבת פעקליך, ארומגיין צו שפיטעלער און תפיסות, באזוכן עלטערע אידן אינדערהיים, משמח זיין אלמנות און יתומים), און ווען ס’כאפט איינעם א ‘גוטע מינוט’ צו טון עפעס פאר א צווייטן איד, וועט ער האבן די ‘סגולה’ גלייך ביי די האנט…