אריינפיר

לטובת אונזערע קליענטן ברענגען מיר דא עצות און טיפ’ס פארן ‘עולם העסקנות’ וואס מיר האבן צוגעשטעלט פאר די ‘טעגליכע דער איד’ קאלום, וואס אומצאליגע אישי הציבור און חשוב’ע עסקנים הי”ו האבן שוין גענאסן דערפון, און פארברייטערט זייער וויזיע בכמות און באיכות, לייענט און האט הנאה:

טיפ #16
צדק צדק תרדוף וירשת

אין די איצטיגע חנוכה תקופה זעט מען אסאך “קינדער-עסקנים” זיך דרייען מיט גורלות און פושקעס, ווי ס’איז דער סדר אז קינדער גייען ארום פאר צדקה געלט, וואס אין ימי החנוכה איז עס בעצם א מנהג קדמונים, ווי ס’ווערט געברענגט אין אומצאליגע ספה”ק, (טייל קינדער דארפן אויך געדענקען צו געבן מעשר…).

אצינד שטעלט זיך די שאלה וואס מאנכע פרעגן: מילא חנוכה און פורים האט דאך א מקור, אבער פארוואס ‘דורכאויס דעם יאר’ דארפן קינדער סתם ארום גיין נאך געלט, אדער מיט פושקעס ביי הייזער, ס’איז דאך אזוי שווער פאר זיי [נעבעך…], און ס’קען גאר צוקומען צום נסיון העושר… (וואס גילט אויך ביי געלט וואס מ’גיבט פאר קינדער אין טאש / קעמפ).

דעריבער איז ראטזאם צו האלטן פאר די אויגן, אז אפילו בגשמיות איז דאס אויך א געזונטע זאך – וקנאת סופרים תרבה חכמה, די קינדער לערנען זיך וויאזוי צו קאמיוניקירן, מאכן א ציל, נישט צו זיין אזוי סענסיטיוו, האבן א סקעדועל, זיי הויבן אן באמערקן דעם ‘כך דיעותיהן אינן שוות’,

ליין ווייטער

לאמיר זיין בקשר