ס’איז באקאנט וואס רש”י הק’ זאגט אז יתרו האט האט געהייסן ‘יתר’ ווייל ער האט צוגעלייגט די פרשה פון “ואתה תחזה”, און ס’איז באקאנט פון רושמי רשומות אז דאס מיינט: ער האט געברענגט דא פלאן צום טיש”, און נישט נאר געזאגט ‘לא טוב הדבר’ אדער ‘נבול תבול’, און מיר דארפן דאס גוט אפלערנען בעיון.
יעדער וואס האט נאר צוגערירט צו ‘עסקנות’ ווייסט: אז איינמאל מ’וויל אנהויבן אויפצוטון – ווער רעדט נאך ווען מ’טוט טאקע אויף – קענען אמאל אפירקומען געוויסע מענטשן און אנהויבן פרעגן געוויסע שאלות, וואס קען אמאל דע-מאראליזירן דעם עסקן, אדער ברענגט מען אמאל ’א בעסערע עצה’ צו קענען אפווענדן וואס מ’האט שוין ענדליך אנגעהויבן צו טון וכו’, וואס אפילו יענער מיינט באמת גוטס, האט ער אפשר נישט דורכגעטראכט אז זיינע שאלות קען צושטערן די אקטיוויטעטן וואס מ’האט שוין אנגעהויבן, במילא איז יצא שכרו בהפסדו…